Episode 5 of Proste Yiddish
Learn Yiddish with simple audio for students and everyone who wants to hear a little Yiddish.
פּראָסט = simple, common, crude, of the masses!
אַ גאַסט משהלע, אַ שׂימחה און דער ענטפֿער
In this episode:
A special guest - Moishele Alfonso!
A Simkhe
& The answer to last episode's Who am I?
You can see a full transcript and vocab notes here at tinyurl.com/Pr...
If you'd like to be a guest on Proste Yiddish send me a voice memo or leave a comment below.
אַרײַנפֿיר
שלום־עליכם! דאָ רעד אסתּר און דאָס איז פּראָסטע ייִדיש אַ ייִדיש פּאָדקאַסט פֿאַר סטודענטן און אַלע װאָס װילן הערן אַ ביסל פּשוטע ייִדיש.
איר לערנט זיך ייִדיש? איר װילט הערן ייִדיש? דאָס איז אַ פּאָדקאַסט פֿאַר אײַך!
דאָס איז עפּיזאָד 5.
אין דעם עפּיזאָד װעלן מיר הערן פֿון אַ גאַסט - מײַן פֿרײַנד און מיטאַרבעטער - משהלע אַלפֿאָנסאָ!
איך פֿרײ זיך זײער װען מענטשן שיקן מיר רעקאָרדירונגען! װילט איר זײַן אַ גאַסט? עס איז נישט שװער! שיקט מיר אַ װױס מעמאָ (voice memo) אָדער שרײַבט מיר אָן דורכן אָפּשאַץ־בױגן און מיר קענען דאָס אַרומשמועסן.
װאָס נאָך? אין דעם עפּיזאָד װעל איך אײַך זאָגן דעם ענטפֿער צו אונדזער מיסטעריעזער מענטש און איך װעל רעדן װעגן אַ שׂימחה!
גוט - לאָמיר הערן אַ ביסל ייִדיש, פּראָסטע ייִדיש.
דער ענטפֿער
האָט איר זיך צוגעהערט צו עפּיזאָד 4? װער איז דער מיסטעריעזער מענטש? האָט איר געטראָפֿן דעם ענטפֿער?
דער מיסטעריעזער מענטש איז געװען מאָלי פּיקאָן. מאָלי פּיקאָן איז געװען אַ באַרימטע אַקטריסע און האָט געשפּילט אױף ייִדיש און ענגליש.
איר קענט זען פּיקאָנען אין פֿילמען װי ייִדל מיטן פֿידל און מאַמעלע און אױך אין פֿידלער אױפֿן דאַך. ייִדל מיטן פֿידל איז אײנער פֿון מײַנע באַליבסטע פֿילמען.
פּיקאָן שפּילט אַ יונג מײדל װאָס שפּילט פֿידל. דאָס מײדל פֿאַרשטעלט זיך ווי אַ ייִנגל װײַל זי װיל אַרומפֿאָרן ווי אַ כּלי־זמר מיטן טאַטן. דער פֿילם איז אַװדאי זײער "קאַמפּ" און פּיקאָן שפּילט אַלץ מיט אַזױ פֿיל חן. די מוזיק איז אױך נישט שלעכט! אַ עס געפֿעלט מיר!
האָט איר אַ מאָל געזען אַ פֿילם אױף ייִדיש?
משהלע
שלום־עליכם, אַלעמען!
איך הייס משהלע און איך קום פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. איך האָב געװוינט צען יאָר אין מיאַמי ביטש, פֿלאָרידע, אָבער איצט װוין איך בײַ טאַטע־מאַמע, דאָס הייסט בײַ מײַנע עלטערן, אין אַ שטעטל װאָס הייסט סאַוּטהייװן מיסיסיפּי.
אָבער באַלד פֿאָר איך קיין פּוילן! איך װעל װוינען דאָרטן צװיי חדשים - אין יוני און יולי. איך בין קיין מאָל ניט געװען אין פּוילן. דאָס איז מײַן ערשט מאָל. איך װעל פֿליִען מיטן עראָפּלאַן פֿון מעמפֿיס, טענעסי, קיין באָסטאָן, פֿון באָסטאָן קיין פּאַריז, און פֿון פּאַריז קיין װאַרשע. װאַרשע איז די הויפּטשטאָט פֿון פּוילן.
איך װעל װוינען אין אַ דירה אויף דער ניסקע גאַס. די ניסקע גאַס איז אַ גאַס װוּ די װאַרשאַװער געטאָ איז געװען.
װאָס װעל איך טאָן אין פּוילן? אפֿשר װעל איך זיך פֿאַרשרײַבן, אָדער רעגיסטרירן, אויף אַ פּויליש קורס. איך װעל זיך באַקענען מיט אַנדערע ייִדישיסטן און האָפֿענטלעך װעל איך רעדן אַ סך ייִדיש!
אַ שׂימחה
מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק, בין איך געגאַנגען אױף אַ שׂימחה. עס איז געװען מײַן פֿרײַנדס געבױרן־טאָג. װי אַלט איז מײַן פֿרײַנד - איצט דרײַסיק יאָר, קײן עין־הרע!
איך האָב נישט געקענט קײן סך מענטשן אױף דער שׂימחה - בין איך געװען אַ ביסל נערװעז. אָבער אַלע זײַנען געװען פֿרײַנדלעך און איך האָב געשמועסט מיט אינטערעסאַנטע מענטשען. עס איז דאָ געװען אַ פֿײַער און מיר האָבן געשמועסט אַרום דעם פֿײַער - גאָר שײן.
אױף אַ געבורטסטאָג שׂימחה דאַרף זײַן קוכן - און יאָ, דער קוכן איז געװען פּרעכטיק - און געשמאַק. װאָס נאָך טוט מען אױף אַ שׂימחה? מען טאַנצט, מען לאַכט און אַ מאָל טרינקט מען אַ שנעפּסל. יאָ, עס איז שײן צו זײַן אױף אַ שׂימחה. איך האָב זײער גוט פֿאַרבראַכט.
ביז 120!
זײַ געזונט
דאָס איז דער סוף פֿון עפּיזאָד 5. אַ דאַנק משהלען! אַ דאַנק אײַך! ביז מיר טרעפֿן זיך װײַטער בלײַבט געזונט!
Негізгі бет Ep. 5 Learn Yiddish with Proste Yiddish פּראָסטע ייִדיש : Moishele un A Simkhe
Пікірлер: 6