#Jewish #JewishMusic #gefiltedrive
Oyfn Veg Shteyt a Boym | אױפן װעג שטײט א בױם (On the road stands a tree)
Composer’s Yiddish Name: Unknown
Lyricist: ltsik Manger
אױפֿן װעג שטײט אַ בױם,
שטײט עֶר אײַנגעבױגן,
אַלע פֿײגל פֿונעם בױם
זײַנען זיך צעפֿלױגן.
דרײַ קײן מערבֿ, דרײַ קײן מיזרח,
און דער רעשט - קײן דרום,
און דעם בױם געלאָזט אַלין
הפֿקר פֿאַר דעם שטורעם.
זאָג איך צו דער מאַמען: - הער,
זאָלסט מיר נאָר ניט שטערן,
װעל איך, מאַמע, אײנס און צװײ
באַלד אַ פֿױגל װערן. . .
איך װעל זיצן אױפֿן בױם
און װעל אים פאַרװיגן
איבערן װינטער מיט אַ טרײסט,
מיט אַ שײנעם ניגון.
זאָגט די מאַמע: - ניטע, קינד, -
און זי װײנט מיט טרערן -
- װעסט חלילה אױפֿן בױם
מיר פֿאַרפֿרױרן װערן.
זאָג איך: -- מאַמע, ס’איז אַ שאָד
דײַנע שײנע אױגן, -
און אײדער װאָס און אײדער װען,
בין איך מיר א פֿױגל.
װײנט די מאַמע: - איציק, קרױן,
זע, אום גאָטעם װילן,
נעם זיך מיט א שאַליקל,
קענסט זיך נאָך פֿאַרקילן.
- די קאַלאָשן טו זיך אָן,
ס’גײט אַ שאַרפֿער װינטער
און די קוטשמע נעם אױך מיט -
װײ איז מיר און װינד מיר. . .
- און דאָס װינטער-לײַבל נעם,
טו עס אָן, דו שוטה,
אױב דו װילסט ניט זײַן קײן גאַסט
צװישן אַלע טױיטע. . .
כ’הײב די פֿליגל, ס’איז מיר שװער,
צו פֿיל, צו פֿיל זאַכן
האָט די מאַמע אָנגעטאָן
איר פֿײגעלע, דעם שװאַכן.
קוק איך טרױעריק מיר אַרײַן
אין מײַן מאַמעם אױגן,
ס’האָט איר ליבשאַפֿט ניט געלאָזט
װערן מיר אַ פֿױגל. . .
אױפֿן װועג שטײט אַ בױם,
שטײט ער אײַנגעבױגן,
אַלע פֿײיגל פֿונעם בױם
זײַנען זיך צעפֿלױגן. .
Негізгі бет Музыка Gefilte Drive - Oyfn Veg Shteyt a Boym | אױפן װעג שטײט א בױם (live)
Пікірлер: 5